החברים כתבו והלחינו: שיר לזכרו של הת' נתן דייטש ע"ה ● וידאו
לצפייה לחו על כפתור ההפעלה:
א חבר ביסטו
TTTO: ניגון "יעלה תחנונו"
א חבר ביסטו, ביי אונז אזוי טייער
אונזער ליבשאפט צו דיר, איז דאך אין לשער
אז מען קען דיר נישט זען, גיט די הארץ א קרעכץ - "אוי וויי"
מען דארף טאן, ווי דו וואלטס, אין א מצב ווי דעם
מבצעים ביי דיר, אין דער פולען זין
ווי דער רבי וויל, צו יעדער איד
דער זשעבינער הארץ, מיט דעם ניגון געלעבט
באוויזען, ווער דו ביסט, אלץ מיט א ברען
נתן אוי נתן, דיין ליבשאפ צום איד
פונקט ווי א טאטע, מיט זיינער א קינד
ארום דיר איז יעדער, געווען, באקוועם
אזוי ווי א חבר, נאר מיט אים
נתן אוי נתן, טייער נתן - יו
מ' האט דיר גענומען, פון אונז אזוי יונג
אבער איין זאך איז זיכער, ס'איז נאר מיט דיין גוף
דיין שמייכל, לעבט נאך מיט אונז
מיט שקידה און התמדה האסט זוכה געווען
צום לימוד ג"ן פרקים, פון תניא בעל פה
א שטעמפל אויפן וועלט, האסטו געלאזט
דיין "זהיר בה טפי", אין דעם האסטו געקאכט
נתן אוי נתן, דיין ליבשאפ צום איד
פונקט ווי א טאטע, מיט זיינער א קינד
ארום דיר איז יעדער, געווען, באקוועם
אזוי ווי א חבר, נאר מיט אים
אבינו אב הרחמן, רחם עלינו
שיק שוין דער גואל, משיח צדקנו
והקיצו ורננו שוכני עפר
און נתן נטע וועט זיין בתוכם
נתן אוי נתן, טייער נתן - יו
מ' האט דיר גענומען, פון אונז אזוי יונג
אבער איין זאך איז זיכער, ס'איז נאר מיט דיין גוף
דיין שמייכל און הארץ, לעבט דאך ווייטער מיט אונז